אידישע עבירות – מאטי אילאוויטש | Yiddishe Aveires – Motty Ilowitz
Up Next
Shared on March 10, 2025
"עבירות עבירות – אידישע עבירות – א אידישע הפקרות
דער יצר האט קיינע ברירות – ס'איז הערליך און בא'טעמ'ט.
עבירות עבירות – אידישע עבירות – א אידישע הפקרות
דער יצר האט קיינע ברירות – און זאגט זיך אפ פון אמט."
--------
איך בין מיט יענעם'ס קידוש קיינמאל נישט יוצא
און אויף מער ווי י"ב חלות מאך איך המוציא.
כ'טו אנדערש פון מיין טאטן וואס טרינקט צווישן פלייש & פיש
איך טרינק צווישן יעדע עסן וואס ליגט אויפן טיש.
איך בין פרייליך א גאנץ יאר, נישט נאר חודש אדר
און אפילו איך באקום נישט קיין עלי', שטיי איך און איך שנדר.
איך גיב יעדן צדקה, כ'בין חלילה עובר אויפן פשט
אז ס'איז נותנים לו, נאר פאר כל הפושט יד.
איך טרינק די וויין פון קידוש, אויך א גאנצע וואך
נאכן לערנען דף, אויב קיינער זעט נישט, לערן איך אפילו נאך.
און אפילו כ'קען נישט קאכן, דריי איך מיך אין קאך
און איך בענטש אויך מיינע קינדערלעך אפילו אינמיטן וואך.
איך בין אסאך מאל מוחל, כאטש איך בין גערעכט
איך זאג תיקון ליל שבועות ביידע שבועות נעכט.
איך בין אייביג מחמיר כאטש דער רב האט גע'פסקנט לקולא
און איך רעד נישט אין ביהמ"ד, אפילו 'שלא' בשעת התפילה.

-----------
ווען איינער פרעגט מיך עפעס, ענטפער איך נישט צוריק מיט א שאלה
איך טאנץ לקראת חתן, אנשטאט לקראת כלה.
אין סתם א גרינעם דינסטאג עס איך פיש מיט חלה
און איך עס אסאך מאל אייער קיכל, אן הערינג אדער גאלע.
נאך קינדערלאזע מענטשן זאג איך קדיש 'יתום'
איך קויף מיך א חתן שטריימל אפילו איך בין נישט קיין 'חתן'.
איך שיס נישט סתם קיין פרייזן ביים קויפן מפטיר יונה
כ'בין עובר אויף ואהבת לרעך, ווייל איך האב אויך ליב מיין שונא.
איך שמעק נישט די מילך ביים קאווע, און איך שריי נישט הויעך כאלה
איך בין נאך קיינמאל געווען אין אומאן, און אויך נישט ביי ר' ישעל'ע.
איך האב א שטוב מיט קינדער, דאך האב איך נישט קיין מיני ווען
און איך טראג א וועסטל אן א קיין טאשן-זייגער אדער פארקער-פען.
איך פרעג קיין נאמען פונעם היטש וועם איך נעם אינמיטן וועג
איך זאג פרק שירה פאר מער ווי 40 טעג.
חוהמ"ד איך בלייב אינדערהיים, כאטש איך ווייס אז מ'טאר-נישט
און ווען איך גיב צוריק די אפיקומן, בעט איך גארנישט!

עבירות עבירות – אידישע עבירות – א הייליגע הפקרות

- - - - - - - - - - -
איך וואש מיך און איך בענטש אפילו אויף מזונות בייגלעך
און נישט נאר דוקא שבת שירה, גיב איך עסן פאר די פייגלעך.
איך שיק נישט ארום קיין בילדער ווען איך פאר אין ערשטע קלאס
איך שנדר כמנין "בן", אבער איך גיב כמנין "בת"!
ווען די קענדי מאן טיילט פאר קינדער, נעם איך אויך א נאש
שבת צופרי ביים קידוש, איך ריר נישט אן קיין פלאש.
איך קויף נישט קיין מיעטבאורד'ס, איך ווייס אז ס'הערט זיך צודרייט
און אסאך מאל עס איך פאטעיטע קוגל וואס איז בכלל נישט אווערנייט.
איך שמיץ נישט קיינעם ביים לייגן טלית, כאטש איך ווייס אז אזוי איז מהודר
איך לייג מיינע טישוס אין מיסט אנשטאט לאזן אונטערן סידור.
כ'בין מכבד יעדן אין שול, נישט נאר די ראשי קהילה
איך בין א מכבד א בן תורה, אפילו ער האט נישט קיין 'גדולה'.
פרשת משפטים שלאג איך נישט מיינע קינדער בכלל
איך לייג נישט קיין בילד פון ר ישעי'לע, איך בוי פשוט לעגאל.
איך בארג מענטשן הלוואות אן שרייבן א שטר
און איך האב שוין איינמאל געמאכט א קומזיץ אן א גיטאר.
כ'ספענד נישט קיין 50 אלפים פאר א שמחה אין מיינע משפחות
איך זינג נישט שמח תשמח ביים סוף פון יעדע שבע ברכות.
איך לערן בלעטער גמרא כאטש איך פארשטיי נישט
איך קאמפלימענט מיינע קינדער אפילו ווען ס'קומט זיך זיי נישט.

Report this video
Latest Videos

קומזיץ מרגש ברובע היהודי – אבי הס עם ישיבת מרכז התורה
Avi Hass
עמירן דביר – בואי כלה – קאבר – new day will rise)
Amiran Dvir
רצף שירים לערב שבת – רבי שלמה קרליבך – NON STOP Carlebach for Erev Shabbat
Shlomo Carlebach
New Day Will Rise (Live) – Shulem
Shulem Lemmer
דינר מוסדות אור החיים בראשות הרב אלבז שליט״א עם יואלי דיקמן ותזמורתו
Motty Steinmetz
שמוליק סופר – ניגון שמחה \ Shmulik Sofer – Niggun Simcha
Shmulik Sofer
8 ביולי 2025
Itzik Eshel
The Al Tira Medley: Beri Weber, Hershy Weinberger & Mendy Hershkowitz Band | מחרוזת אל תירא
Mendy Hershkowitz Band
אידישע מאמע – עקיבא גרומן, יואלי יורוביץ, מקהלת קאפלה Yidishe Mame – Akiva Groman I
Akiva Groman
Let’s Farbreng! with Mendy Wald (Promo Video)
Joey Newcomb
אלייצור – מלך הדור | ElaytZur – Melech Hador
Yair Elaytzur
שמואל וישי ריבו – כל פעם מחדש | Shmuel & Ishay Ribo – Kol Pa’am Mehadash
Shmuel
החזן מוטי בויאר ‘הלבן חטאינו’ הרשמן ● Cantor Moti Boyer sings HALBEN CHATOEINU Hershman
Moti Boyer
Praying for our IDF soldiers today and every day ❤️🩹 #jewishmusic #jewishband #jewishmusic
Mendy Hershkowitz Band
בניני האומה LIVE | שמוליק סוכות, בנצי שטיין ויואלי דיקמן – ויהיו רחמיך | Shmulik Sukkot
Shmulik Sukkot
Ani Maamin (Pirchei) Fingerstyle cover by Ari Ettinger
Ari Ettinger
Ayeka – Avrumy Straus || אייכה קאבר
Avrumy Straus
Assaf Harush – Rega Katan | אסף הרוש – רגע קטן
Assaf Harush
אל תעזבני – שיעלה רוט, מקהלת מלכות | Al Taazveini – Shea’la Roth, Malchut Choir
Malchut Choir