Meilech Kohn – Mein Vague (Audio) מיילך קאהן – מיין וועג

Shared on November 11, 2023
‘It's Benn A While מנגן’ Available Everywhere Now!
https://distrokid.com/hyperfollow/meilechkohn/its-been-a-while-
LYRICS - מילים
איך בין אהיים געפארן פין אפסטעיט, געפארן א גאנצע נאכט
ענדליך בין איך אנגעקומען ס׳נישט דא קיין ספאט
א שעה נאך א שעה ס׳גארנישט דא
סוף סוף האב איך עפעס געטראפן
נאך צווי שעה האב איך עס געדארפט ווייטער ריקען
קוים צוגעמאכט די אויגן דארף שוין אויפשטיין ווייטער ריקען נישט דא ווי צו לייגן די קאר
מיינסט איך וועל מיך אויפרעגען
מיינסט איך וועל מיך נעמען שרייען
מיינסט איך וועל מיך עסען מיין געזונט
און רעגען מיין גאנצע לעבען
איך גיי מיין וועג, איך מאך מיך נישט וויסענדיג
איך גיי מיר מיין וועג און איך מאך מיך נישט וויסענדיג
איך בין געקומען אין בית מדרש די קומענדיגע טאג
די שמש שרייעט פונף טויזנט מצוות
האב איך געזאגט זעקס
ער שרייעט נאכאמאל פונף, האב איך געזאגט העכער זעקס
ער שרייעט ווייטער פונף
זעהט אויס אז יענער טאג האב איך פאר דעם שמש נישט עקזערסטירט
מיינסט כ׳וועל מיך אויפרעגען
מיינסט כ׳וועל מיך נעמען שרייען
מיינסט כ׳וועל מיך עסען מיין געזונט
אין רעגען מיין גאנצע לעבען
איך גיי מיין וועג און איך מאך מיך נישט וויסענדיג
איך גיי מיר מיין וועג און איך מאך מיך נישט וויסענדיג
זיך איך מיין תפילין שוין צייט צו לייגן
ס׳נישט בנמצא ווי איך האב עס געלייגט
סוף סוף זעה איך עס הענגען אויף א וואנטל
אונטער איינעם׳ס מאנטל
איך נעם ארויס די של-יד
ס׳איז אין גאנצן געדרייעט פארקערט
ווער לייגט אזוי צאם תפילין
קיינמאל נישט אזא זאך געהערט
מיינסט איך וועל מיך אויפרעגען
מיינסט איך וועל מיך נעמען שרייען
מיינסט איך וועל מיך עסען מיין געזונט
אין רעגען מיין גאנצע לעבען
איך וועל דרייען מיין וועג און איך מאך מיך נישט וויסענדיג
איך וועל עס דרייען מיין וועג און איך מאך מיך נישט וויסענדיג
אויפן וועג אהיים מיין פאון נעמט זיך פאאפען
נעם איך עס ארויס צו קוקען ווער האט עפעס צו זאגן
קומט צי א יונגערמאן און שרייעט שגץ טמא׳נע טעלעפאון
וואס שרייעסטע
האקט ארויס די טעלעפאון, פאלט אראפ, ס׳האט זיך צובראכן
?די צוברעכסט מיין טעלעפאון און שרייעסט מיר שגץ
מיינסט איך וועל מיך אויפרעגען
מיינסט איך וועל מיך נעמען שרייען
מיינסט איך וועל מיך עסען מיין געזונט
און רעגען מיין גאנצע לעבען
איך גיי מיין וועג און איך מאך מיך נישט וויסענדיג
איך גיי מיר מיין וועג און איך מאך מיך נישט וויסענדיג
איך מאך מיך נישט וויסענדיג, איך גיי מיין וועג
CREDITS - קרדיטים
Produces & Mixed: Gershy Schwarcz
Music: Nachman Dreyer
Cajun: Chemy Soilbelman
Choir: Gershy Schwarcz, Moishy (Marc) Kohn, Moshe Deitsch, Moshe Kaufnman
Duvid Schwarcz & issac Glick,Tzviki Grossman,Shimon Frank
Website https://meilechkohn.com/
Facebook https://www.facebook.com/meilechkohn/
Instagram https://www.instagram.com/meilechkohn/
Tiktok https://www.tiktok.com/@meilechkohn
Report this video

Latest Videos

Report Video

If you feel this video doesn't meet our quality standards, please report it.

Share Video

Share this video with your family and friends!