מגידות – מאטי אילאוויטש – טרערן (רבי אברהם מרדכי מלאך) | Magidos – Tears – Motty Ilowitz

Up Next
Shared on April 30, 2026
This song is part of the EP “מגידות“ (Magidos) — A collection of powerful stories from today’s leading speakers, reimagined into poetry and song by Motty Ilowitz.
Lyrics:
ביי אונז אין די מלאך משפחה, האב איך געשוויסטער אכט
זיבן פון זיי זענען יתומים, נישט מער געדאכט
מיין טאטען'ס ערשטע ווייב האט אים איבערגעלאזט מיט זיבן יתומים איבערנאכט
די זיווג שני – מיין מאמע – האט מיר אויף די וועלט געבראכט
מיין שוועסטער יוכבד האט מיר דערציילט וואס האט זיך נאכן לוי' געמאכט.

עס איז געווען תש"ל – י"ד אב
דער טאטע איז איבערגעבליבן אליינס מיט זיבן יונגע שאף
די עלטסטע 13, די יונגסטע נאך א בעבי אין שלאף.

אריבער איז די לוי', און מ'זעצט זיך שבעה באלד
יאנקעלע - א ברודער פון 5 יאר אלט
כאפט בכלל נישט וואו די מצב האלט
עס קומט ביינאכט און ער מאכט א טומל און א געוואלד
פארוואס מאמי זאגט אים נישט א גוטע נאכט, פארוואס האט זי זיך באהאלט?
מ'פראבירט אים זאגן כל מיני תירוצים, אבער זיינע קליינטשיגע קאכעדיגע טרערעלעך פאלט.

וואו איז מאמי? וואו איז מאמי? שרייט יאנקעלע
ער נעמט זיך זוכן אונטער יעדע בעטל, און עפנט יעדע שאנקעלע
דרייט איבער יעדע טישל און יעדע באנקעלע
וואו איז מאמי? די ווענט וויינען מיט מיט זיין זוכעריי און זיין אומוויסנדע געדאנקעלע.

מיין שוועסטער יוכבד שארט זיך צו צום טאטען מיט א טרערעלע א הייסעם
ווי קען מען אויסהאלטן יאנקעלע'ס טרערן, נעבעך איך פארשטיי-עס-אים
יאנקעלע הערט נישט אויף צו וויינען אפילו אויב איך הייס-אים
טאטי, פון אזעלכע קולות, ווי קען זיין מאמי שטייט נישט אויף תחיית המתים?!

און מיין טאטע האט איר געזאגט:
"יוכבד'ל מיין קינד, פרעגן קשיות מ'טאר נישט
יעדע טרער גייט ארויף הויעך, נישטא אזא זאך אז מ'וויינט פאר גארנישט
א טרערעלע וואס רינט, דער באשעפער טוט דאס הערן
איין טאג וועסטו נאך זעהן די תוצאה פון אט די טרערן".
-

עס לויפן אריבער יארן, יאנקעלע שטייט שוין היפש נאך דעם לחופה שמונה עשרה
ער איז אן אלטע בחור, פון די עלטערע און גרעסערע
איין טאג טראגט מען אן אן 18 יעריג געראטענע מיידל, א שידוך וואס קען ממש נישט זיין קיין בעסערע.

די חתונה קומט פאר סיון תשמ"ט אין ירושלים
א חודש שפעטער, י"ד אב, זאגט ער פאר זיין אשה יראת השם
אז היינט גיי איך נישט אהיימקומען עסן נאכטמאל אינדערהיים
ווייל ס'דא א יארצייט סעודה פון מיין מאמע, די עקרת הבית אם
וואס 19 יאר צוריק, היינט, איז זי ארויף לשמים.

זי קוקט אים אן און זאגט, מ'דארף נישט זיין קיין גרויסע מלומדת
צו פארשטיין אז היינט איז באמת א זמן מיוחדת
איך ווייס נישט HOW TO SAY THIS
אן אינטערסאנטע השגחה פרטיות איך זעה-דאס
היינט איז פונקט אויך מיין... יום הולדת!!

דעם נעקסטן טאג, יוכבד בעט איר איר געבורט-סערטיפיקאט
זי קוקט און קוקט און חלישט אוועק כמעט
די כלה איז געבוירן אויפן דאט
יענע נאכט, די זעלבע צייט
ווען יאנקעלע האט די היסטערישע בכיות געהאט.
טאטי'ס ווערטער האבן זיך קענטליך אפגעהילכט ווייט
יאנקעלע האט אויסגעפויעלט זיין פאסיגע קאנדידאט
זיין אויסדערוועלטן הרי את
פונקטליך יענע מינוט, אקוראט!!

און איך געדענק ווי טאטי האט מיר דעמאלטס געזאגט פריוואט:
"יוכבד'ל מיין קינד, פרעגן קשיות מ'טאר נישט
יעדע טרער גייט ארויף הויעך, נישטא אזא זאך אז מ'וויינט פאר גארנישט
א טרערעלע וואס רינט, דער באשעפער טוט דאס הערן
איין טאג וועסטו נאך זעהן די תוצאה פון אט די טרערן".
-

איך האב געמיינט אז דא ענדיגט זיך די מעשה, און אלעס איז וואונדערליך אויסגעהיילט
תשפ"ב האב איך עס ערגעץ ברבים דערציילט
אפאר טעג שפעטער באקום איך א בריוו, אן א נאמען, איך האב דעם ענוועלאפ אויפגעשיילט
א מיידל שרייבט אז מ'האט איר אן ענליכע דורכגאנג פון הימל אויכעט נעבעך געטיילט.

שוין אפאר יאר וואס איך האב נישט קיין מאמע, ניין זי איז נישט אוועק
זי איז אינדערהיים, אבער... יוש, א פחד א שרעק
מיין טאטע איז א צדיק וואס קען נעבעך נישט פארנעמען דעם פלעק
אונז האמיר אויך א קליינע ברודער יאנקעלע, וואס וויינט פאר א מאמע יעדע נאכט אונטערן דעק
איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, מיין לעבן קומט צו אן עק.

וויפיל דער שיעור פון וויינען אזוי אין בעט?
איך האב מיך פלוצלינג געטראפן הערן די דרשה וואס איר גיבט
איר זאלט וויסן דאס איז פאר מיר געווען די שטערקסטע גלעט
גיב איבער דיין טאטען אין הימל אז ער האט נישט נאר צו זיין טאכטער גערעדט
52 יאר שפעטער האט ער גערעדט אויך צו מיר. מיין נאמען איז... יוכבד!!

"יוכבד'ל מיין קינד, פרעגן קשיות מ'טאר נישט
יעדע טרער גייט ארויף הויעך, נישטא אזא זאך אז מ'וויינט פאר גארנישט
א טרערעלע וואס רינט, דער באשעפער טוט דאס הערן
איין טאג וועסטו נאך זעהן די תוצאה פון אט די טרערן".
-

פון דא זעט מען אז א חיזוק, א גוט ווארט, איז נישט סתם א בדיעבד
נאר אויפטאן עפעס ממש חוץ לדרך הטבע עט
מ'דארך נישט הייסן יאנקעלע, מ'דארף נישט הייסן יוכבד
און ס'קען זיין יארן שפעטער, א אנדערע לאנד, אין אן אנדערע שבט
די גוט ווארט וואס דו גיבסט היינט פאר א אידישע עבד
קענסט קיינמאל נישט וויסן ווי ווייט דאס גייט אנקומען און וויפיל נשמות YOU SAVE IT.
Report this video

Latest Videos

Report Video

If you feel this video doesn't meet our quality standards, please report it.

Share Video

Share this video with your family and friends!