מגידות – מאטי אילאוויטש – מודים (רבי אלימלך בידערמאן) | Magidos – Moidim – Motty Ilowitz
Up Next
Shared on April 30, 2026
This song is part of the EP “מגידות“ (Magidos) — A collection of powerful stories from today’s leading speakers, reimagined into poetry and song by Motty Ilowitz.
Lyrics:
איך נעם ברודער מיין
יעצט ווידער מיין
פעדער, און איך מאך מסודר מיין
גראם, ווען איך לייג אנידער מיין
סיפור פון הגאון הצדיק ר' מיילך בידערמאן
א מעשה פון א בעל תפילה, א סידור מאן!
א בעל תפילה מיט זיין געבעט'ל
שטייט אין שומר שבת ביים ברעטל
א מעריב נאכט אין בארא פארק'ע שטעטל
עס איז שוין א שעה גאר א שפעט'ל
און כאטש וואס דער עולם האט שוין לאנג געגעבן אן אויסטרעט'ל.
דער בעת תפילה
שטייט נאך זיין שמו"ע די שטילע
און ס'קוקט נישט אויס ווי ער וויל-א,פילו
אז די קהילה
זאל אהיימגיין לכתחילה
אבער די אידן דארט זענען פשוטע יאגעדיגע ציווילע
און ס'איז פאר זיי פשוט פלאי
פלאים ווי ער מאכט אזא גדולה
מער ווי מילה במילה
א מעריב ווי נעילה
זיי הייבן אן פיסקען "נו.." .."נא..." רבונו דכולא...
טרעט שוין אויס, זאג שוין עושה...
ר'הילל, דער גבאי, זאגט "מורי ורבותי
לאזט אים צורוה... ס'איז א פארצווייגטע נושא
דער טראגט פעקלעך שווערע און גרויסע."
ר' הילל אין א זייט-איז
מסביר שפעטער אז פשט-איז
דער איד האט זיך פריער געכאפט אז היינט איז זיין טאטעס
יארצייט, ער פרעגט מיר אויב יעצט די ריכטיגע צייט-איז
צו האבן אן עמוד מיט אפענע גראטעס.
ער האט מיר געזאגט ביפאר אז ער אנדערש ווי אנדערע לייט-איז
זיין שמו"ע זייער שטייט-איז
און ער האט מורא פון דעם חטאת
פון אויפרעגן מענטשן, ווייל פאר אסאך שאט עס
ר' הילל זאגט אים, זארגט נישט I GOT THIS.
ער האט מיר געזאגט קלאר
בעפאר
איך מיטן עמוד זענען קיין פאר
דערפאר גיי איך קיינמאל נישט צו אינמיטן יאר
איך בין נישט קיין קדוש וטהור
נאר
וואס זאל איך טון? ביי מודים... איך פארפאר.
איך הייב אן טראכטן פון מיין שיין געצעלט
וואסאפארא הערליך דור איך האב אויפגעשטעלט
גראדע מאך איך שיין געלט
וויפיל פונעם בורא'ס חסד מ'קוועלט
עס ווערט מיר אלעס פארשטעלט
אז איך פארגעס פשוט פון די וועלט
ר' הילל, איך גיי צו נאר אויב דו שטייסט נעבן מיר אלס העלד
און דו בארואיגסט דעם עולם וואס שעלט.
איך הער די מעשה און איך נעם אין אכט
און טראכט
קודם האט דא דער עולם געקראכט
אבער איינמאל דער גבאי האט קלאר געמאכט
אז ער האט 'שווערע פעקלעך', וואס הערט זיך נישט אזוי לייכט
האט דאס פאראורזאכט
אז ס'האט יעדנס הארץ פלוצלינג אפגעשוואכט
מיט רחמנות און פארדאכט
אז אפילו ס'די זעלבע שפעט ביינאכט
האט דאס פלוצלינג רחמנות געפילן געבראכט
אויף דעם איד, נישט מער געדאכט.
ההממ... וואס וואלט אבער געווען פונקט פארקערט
און דער גבאי ערקלערט
רבותי, נישט אזוי ברוגז אויף אים ווערט
דער איד איז מיט א הערליכע משפחה באערט
און איז 100 מיליאן דאלער ווערד
גארנישט אין די וועלט אים באדערט אדער שטערט
און ער דאנקט יעצט ג-ט וואס האט אים אלעס באשערט
וואלטן זיי אויכעט זייער שישקעריי אויפגעהערט?!
וואלסטו?
וואלט ..איך?
(באר הפרשה מקץ תשפ"ו)

Report this video