מגידות – מאטי אילאוויטש – מסכת גיטין (רבי יואל גאלד) | Magidos – Mesechta Gitin – Motty Ilowitz

Up Next
Shared on April 30, 2026
This song is part of the EP “מגידות“ (Magidos) — A collection of powerful stories from today’s leading speakers, reimagined into poetry and song by Motty Ilowitz.
Lyrics:
חתונה געהאט פאר 9 יאר
און געהאט קינדערלעך אַפּאָר
אבער די איש ואשה שזכו איז זייער אומקלאָר
שלום בית הענגט דארט אויף א האר
ווער ס'האט נאר געוואוסט וואס דארטן גייט פאר
אז ס'איז פונקט דאס פארקערטע ווי א גליקליכע פּאָר.

די פּארפאלק איז מחליט אז גענוג געליטן
לאמיר זיך אפשטעלן אינמיטן
ווערן אויס קידושין און אויס מחותן
געקומען זענען די מינוטן
זיך צו נעמען לערנען 'מסכת גיטין'.

אויב האט זי געמיינט אז שווער געווען ביז פריער-איז
האט זיך אנגעהויבן א פייער מיט לשה"ר'דיגע זמירות
מחלוקת מיט די נכסים און אויסקויפן דירות
פארמישט רבנים, עסקנים, מיט דרישות וחקירות
קוים האט זי מיט צרות צרורות
באקומען אירע 12 שורות.

ס'איז אנגעווייטאג פון אלע זייטן
פון דעם שווערן משא ומתן
עס הייבט זיך אן נייע צייטן
די קינדער זענען האלב ביי די מאמע און האלב ביים טאטען
עס גייען אריבער אפאר מאנאטן
און עפעס מיט געזונט האט אים אנגעהויבן שאטן.

זי הערט פון דעם
אז ער האט א שווערע נירן פראבלעם
מ'זוכט א MATCH, מ'האט נישט פון וועם
ווייל די BLOOD TYPES דארפן זיין די SAME
בידערווייל איז די מצב געווארן אזוי עקסטרעם
אז די דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן אויף אים.

זי זעט ווי אירע קינדער זיי
זענען דערשראקן און עס טוט זיי וויי
איבער וואס זייער טאטע גייט פארביי
די יסורים און די טעסטעריי
און אויב ער האט נישט בקרוב א ניר ניי
ווער ווייסט ווילאנג זיי וועלן נאך קענען זאגן 'העוד אבי חי'...

זי איז מחליט שטילערהייט דורך אן אונטער טיר
זיך צו טעסטן, און געבן א פראביר
די blood type שטימט אויפן פאפיר
זי גייט אונטערן מעסער זיך געבן אן אפעריר
און אזוי נישט מיר נישט דיר
ער האט באקומען א נייע ניר
....פון איר!

ווען מ'פרעגט איר איבער איר גבורה, מאכט זי זיך תמעוואטע
און ענטפערט א תשובה א גלאטע
איך פארשטיי בכלל נישט די גרויסע דעבאטע
וואס האט דאס מיט מיינע געפילן פריוואטע?
איך האב געקוקט, וואס איז די טובה פון מיינע קינדער עד עולם מעתה?
די טובה פון מיינע קינדער איז... אז זיי האבן א געזונטע טאטע!!

"דאס איז פשט - די תורה זאגט אונז אזוי
עזב תעזוב עמו.
עזב מיינט נישט העלפן, עזב מיינט לאז אפ
דאס איז וואס דער תרגום לייגט אונז אראפ.

ס'שטייט נישט עזר תעזור, יעדער ווייסט
נאר - עזב תעזוב מיט א ב'.
לאז אפ וואס דו פילסט אין הארץ ווען דו זעסט יענער איז שוואך
בייג דיך צו און טוה די ריכטיגע זאך."



די מעשה מאכט די מחשבה געבן א שלינג
און ס'איז פיל פיל מער ווי סתם געבן א זינג
אן אינטערסאנטע גבורת הנפש'דיגע שפרינג
ווייל באמת, איז עס טאקע זייער זייער נישט גרינג.

ווען ס'ווען נישטא קיין סכסוך אדער קיין קראך
וואלסטו נישט געהאט קיין ספק פון טון די ריכטיגע כך וכך.
שנאה קומט אבער אן און גיבט אלעס א פארמאך
און מאכט פשוט אז דער מענטש קען מער נישט טראכטן גלייך
און ווער רעדט נאך פון טון די ריכטיגע זאך.

אסאך מאל טוט מען א טובה פארמיידן
פשוט ווייל מ'קען יענעם נישט... דערליידן.
אסאך מאל לאזט מען די ריכטיגע זאך ארויס
פשוט ווייל איך מיט יענעם... קומען זיך נישט די בעסטע אויס.

אבער דאס איז פונקט וואס דער תורה רעדט
עזב תעזב, גט דיך אפ פונעם גט!
שאקל אפ דעם אפשאקעלונג. רייס דיך אפ פון דעם ריס
באזייטיג דעם באזייטיגונג. ווייל טראכטן גראד מ'מוז.

איך ווייס עטס זענטס פיינט
איך ווייס עטס טאפטס א וואנט
נעם א טיפע אטעם, און לייג צו א האנט
דארפסט דיך נישט מאכן ווי דו ווערסט אפילו א פריינט
נאר טראכט: וואס איז די ריכטיגע זאך וואס איך דארף טון היינט?!


"דאס איז פשט - די תורה זאגט אונז אזוי
עזב תעזוב עמו.
עזב מיינט נישט העלפן, עזב מיינט לאז אפ
דאס איז וואס דער תרגום לייגט אונז אראפ.

ס'שטייט נישט עזר תעזור, יעדער ווייסט
נאר - עזב תעזוב מיט א ב'.
לאז אפ וואס דו פילסט אין הארץ ווען דו זעסט יענער איז שוואך
בייג דיך צו און טוה די ריכטיגע זאך."
Report this video

Latest Videos

Report Video

If you feel this video doesn't meet our quality standards, please report it.

Share Video

Share this video with your family and friends!