מגידות – נייע פילאנטראפ (רבי שלום בער סורוצקין) | Magidos – Motty Ilowitz – Young Philanthropist
Up Next
Shared on April 30, 2026
This song is part of the EP “מגידות“ (Magidos) — A collection of powerful stories from today’s leading speakers, reimagined into poetry and song by Motty Ilowitz.
Lyrics:
איך בין דעם ווינטער ביי א דינער אין שווייץ
הנאה האבן עטס גייטס
פון אן עפיזאד וואס וועט אייך מאכן טראכטן, שמייכלען און האצקען
וואס דארטן אין די סביבה
האט דערציילט דער באקאנטער ראש ישיבה
הגאון ר' שלום בער סורוצקין.
א פערזענליכע פאסירונג
פונעם בורא'ס אויפירונג
וואס פארכאפט דעם אטעם.
איך פרעג אים נאכדעם אויב איך מעג דערפון שרייבן
אז ברבים, זאל דאס בלייבן
ער זאגט מיר זיכער, אבער טויש אביסעלע די פרטים...
-
ער זאגט: איך בין געווען 2 חדשים צוריק אין אמעריקע
איך האב עפעס נישט געמאכט קיינע סכומים געהעריקע
איך האב מיינס א ידיד אפגעשטעלט.
אים געבעטן זאג-גוט
עפעס א נאמען פון א גוטן נגיד
וועמען איך קען קלינגען פאר געלט.
ער גיבט מיר א נאמען פון א איד
"אלי פריד"
איך קלינג אים ווי מיין געווענליכע שטייגער.
ער זאגט איך בין פארנומען
מארגן קענט איר קומען
איך זאל אים קודם קאלן מארגן 4 אזייגער.
איך רוף אים מארגן פירע
עס גייט צום וואויס-מעיל אזוי כשורה
אבער אויפגעבן? נאאא, איך בין נישט אזא פערזאן.
איך עפן דעם טעלעפאן בוך, איך מאך א חקירה
איך טרעף דעם אדרעסס פון אלי פריד'ס דירה
איך בין אים דן לכף זכות, לכאורה ארבעט נישט זיין טעלעפאן...
איך קלאפ אין טיר
א אינגעלע עפנט איר
און קוקט מיך אן מיט ריזיגע אויגן.
דער ר"י מיטן גאנצן טראגע
דא? ביי אונז? פרעגט ער מיט א פראגע
וועלכע ווינט האט אייך דא אהערגעפלויגן?
זיינע אויגן פרעגן דאס, זיין מויל איז אבער פארשטימט
ער רופט זיין טאטע, און ער קומט
זיינע אויגן פרעגן די זעלבע קשיא, און זוכן פשט.
ער רופט מיך פון שוועל
אריין שנעל
אין ספרים צימער אין די זייט.
בתוך הדברים
זעה איך אז ער איז א מחבר ספרים
און נאכן שמועסן אזוי פאר דריי-פערטל שעה.
זאגט ער מיר, ר"י, עס איז א כבוד רעדן מיט אייך אין תורה
אבער נישט פארדעם זענט איר געקומען דא לכאורה
זאגט מיר, פארוואס זענט איר דא?
איך צייג אים א האנט אן אויסגעשטרעקטן
איך... בין געקומען די גרינע קאלעקטן
זיין אטעם האט זיך ממש אפגעשטעלט.
איך בין דא צו רעדן איבער דיני ממונות
און אלס א גרויסע נגיד אייער נאמען איז
דער איד זאגט מיר: ששש... ווער האט אייך געזאגט אז איך האב געלט??
מיק קוקן זיך אן איינער דעם צווייט
ער פארשטייט נישט וואס איך זאג, און איך פארשטיי נישט פארוואס ער שרייט
מיט פארוואונדערטע אויגן זאגט מיר, ראש ישיבה, הער.
איר קענט מיר נישט מסתמא
איך האב נישט געהאט קיין פרוטה צו מיין נשמה
פונקט לעצטע וואך בין איך געווארן א מאלטי-מיליאנער!
איך האב יארן צוריק ערגעץ אינוועסטירט
און לעצטע וואך האט דער אייבערשטער געפירט
עס האט זיך איבערגעדרייט מיין רעדל אין איין מעת לעת.
אבער איך האב עס נאך ניטאמאל דערציילט פאר מיינע אייגענע קינדער
דערפאר איז מיר א וואונדער
שוין האט מען מיין צדקה אדרעסס?!
איך הייב אן זינגען
האסט געבעטן איך זאל אייך 4 אזייגער קלינגען
אייער טעלעפאן איז אבער געווען שטום.
איך עפן א טעלעפאן בוך
אייער נאמען געגעבן א זוך
איך טרעף אייער אדרעסס, און איך קום.
זייט מיר מוחל, ראש ישיבה, נעמט ער אן אטעם א טיפן
איר האט מיך קיינמאל נישט גערופן
איר האט מסתם גערופן אלי' פריד, א נגיד א באקאנטן.
איך הייס אויך פריד, זאגט ער פרייליך
ס'דא וואס רופן מיך ELI, ווייל מיין נאמען איז אלימלך
און דערפאר האט איר געמאכט דעם טעות דעם אינטערסאנטן.
איך בין בכלל נישט משפחה מיט אים, און וואוין גאר אין א אנדערע שטאט
מן שמים האט מען אייך אבער געשיקט דא אהער גראד
געבן דעם ערשטע קלאפ אינעם נייעם עושר'ס טיר זאל-ער.
איך ווייס נישט וויפיל איר וואלט באקומען פון יענעם, איך זאג אייך-שוין
אבער פון הימל האט מען געפירט אז מיט צדקה זאל איך פאר אייך זיין דער נחשון
דא האט איר א טשעקל פון מיליאן דאללער.
איך שטיי נאכן דינער דארט אינדרויסן פון זאל
איבערקייענדיג מיטן ר"י יעדן דעטאל
בשעת די קאלטע ציריך'ע ווינטל גיבט אין פנים א פראסק'ל.
איך זעה די השגחה עליונה בידו החזקה
סיי פארן ר"י און סיי פארן בעל צדקה
אבער איך זעה נאך פיל א טיפערן מוסר-השכל.
איך זעה רצון, אנטשלאסענקייט, און השתדלות
און דאס די לעקציע פון גדלות
אנגיין, פראבירן, אן סטאפן.
ווייל ס'קען זיין ס'דא א טיר
וואס איז גרייט זיך צו עפענען פאר דיר
דו דארפסט נאר גיין און... קלאפן!

Report this video