הילד הזה – אידיש – מאטי אילאוויטש | Hayeled Hazeh – Yiddish – Motty Ilowitz

Up Next
Shared on March 16, 2026
אסאך יאר שוין זענען פארביי
די טרערן שוין אלט, דאך ווי ניי.
אין הארצן די ווייטאג עס שניידט
ווי אפענע וואונדן.
מאמענטן אזוי אומגערעכט
ווערטער וואס לעכערט און שטעכט.
וואס כאטש עס גייט דורך די צייט
עס ווערט נישט פארשוואונדן.
ווייל דאס קליין לעכטיג קינד דאס ביסטו
נאך אביסעלע ליבשאפט גליסטו.
נעם אים נאר ארום
און זאג אים
אז צום סוף וועט זיין גוט.
און דאס קליין לעכטיג קינד דאס ביסטו
און געדענקען אויף אייביג מוזטו.
נאך א לאנגע וועג
קומען גוטע טעג
ווארט נאר צו איין מינוט
ס'וועט זיין גוט.
....
זאג מיר נאר וואס וואלט געווען
ווען דו זעסט א צווייטן אין pain
וואס וואלסטו געזאגט און פראבירט
וואס הייבן עס קען-אים.
ס'שווער נאכצולאזן דעם פּיין
אבער קוק נאר ווי שטארק דו קענסט זיין.
נו, זאג אויך די זעלבע פאר דיר
פארוואס נאר פאר יענעם?
ווייל דאס קליין לעכטיג קינד דאס ביסטו
נאך אביסעלע ליבשאפט גליסטו.
נעם אים נאר ארום
און זאג אים
אז צום סוף וועט זיין גוט.
און דאס קליין לעכטיג קינד דאס בין איך
נאך א גוט ווארט און חיזוק איך זוך.
נאך א לאנגע וועג
קומען גוטע טעג
ווארט נאר צו איין מינוט
ס'וועט זיין גוט.
דריי דיך נאר אויס און פראביר
זאג פאר דעם קליין קינד אין דיר.
איך ווייס אז ס'שווער זיך צו זעהן
דארפן נאכגעבן.
מוחל זיין מיינט נישט פארגעס
אבער ממשיך זיין איז די אדרעסס.
איז מחליט זיין וואס איז געווען
פארזיגלט נישט מיין לעבן.
ווייל דאס קליין לעכטיג קינד דאס ביסטו
נאך אביסעלע ליבשאפט גליסטו.
נעם אים נאר ארום
און זאג אים
אז צום סוף וועט זיין גוט.
און דאס קליין לעכטיג קינד דאס בין איך
נאך א גוט ווארט און חיזוק איך זוך.
נאך א לאנגע וועג
קומען גוטע טעג
ווארט נאר צו איין מינוט
ס'וועט זיין גוט.
Original by Shmulik Sukkot.
Translated in Yiddish and sung by Motty Ilowitz.
Piano and recorded by Moshe Yakob.
Video by Insight Studios.
Special thanks to Yumi Schlesinger.
Follow Motty:
https://www.instagram.com/mottyilowitz
https://twitter.com/mottyilowitz
https://www.mottyilowitz.com
Report this video

Latest Videos

Report Video

If you feel this video doesn't meet our quality standards, please report it.

Share Video

Share this video with your family and friends!